שלאף מיין קינד,מיין טרייסט,מיין שיינער,
שלאף זשע,זונעניו:
שלאף מיין קרוין,מיין קדיש איינער,
ליולינקע,ליו-ליו!

ביי דיין וויגל זיצט דיין מאמע
זינגט א ליד און וויינט:
וועסט א מאל פארשטיין מסתמא
וואס האט געמיינט.

אין אמעריקעאיז דער טאטע
דיינער,ליו-ליו-ליו:
ביסט א קינד נאך,שלאף לעת-עתה
שלאף זשע,זונעניו.

דאס אמעריקע איז פאר יעדן,
זאגט מען,גאר א גליק:
און פאר יידן א גן-עדן-
עפעס אן אנטיק.

דארטן עסט מען אין דער וואכן
חלה,זונעניו:
ייכעלעך וועל איך דיר קאכן,
שלאף זשע,ליו-ליו-ליו!
חלק שני בהמשך

תגובות  1  אהבו 

חלנאר דערוויילע דארף מען האפן,אוי וואס קען מען טון?כ\"וואלט שוין לאנג צו אים געלאפןווייס איך ניט וווהין.גאט וועט היסן,וועט שיקןבריוולעך,זוניניוגאר אין גיכן אונדז באגליקן,ליולינקע,ליו-ליו!ער וועט שיקן ...
חלנאר דערוויילע דארף מען האפן,
אוי וואס קען מען טון?
כ\"וואלט שוין לאנג צו אים געלאפן
ווייס איך ניט וווהין.

גאט וועט היסן,וועט שיקן
בריוולעך,זוניניו
גאר אין גיכן אונדז באגליקן,
ליולינקע,ליו-ליו!

ער וועט שיקן צוואנציק דאלער,
זיין פארטרעט דערצו
און וועט נעמען – לעבן זאל ער!
אונדז אהין צו צו.

ער וועט כאפן זיך צו קושן
שווייגן אזש פאר פרייד
איך וועל קוועלן,טרערן גיסן,
וויינען שטילערהייט.

ביז עס קומט דאס גוטע קוויטל
דארף מען,זונעניו,
שלאפן,ס\"איז א טייער מיטל-
ליולינקע ליו-ליו.

ק שני שלאף מיין קינד שלום עליכם
כתוב/י תגובה...
הקלד כתובת לסרטון יוטיוב:
עריכת תגובה
השבה לתגובה
אודות הקבוצה

התמונה של תגונה מנהל: אלה אשרי
מדברים יידיש מבית אך לא מוצאים עם מי לדבר? או שאולי מדובר בתחביב חדש וזקוקים לאנשים שיעזרו לתחזק ולשפר? חוג היידיש נפגש אחת לחודש ובקבוצה תוכלו לשוחח ביידיש כאוות נפשכם!
קטגוריות
דוברי שפות
מפגשים חברתיים
קבוצות לפי איזורים
מוטק’ה גם בפייסבוק
למעלה
חזרה