25/10/18
שלאף מיין קינד,מיין טרייסט,מיין שיינער,
שלאף זשע,זונעניו:
שלאף מיין קרוין,מיין קדיש איינער,
ליולינקע,ליו-ליו!
ביי דיין וויגל זיצט דיין מאמע
זינגט א ליד און וויינט:
וועסט א מאל פארשטיין מסתמא
וואס האט געמיינט.
אין אמעריקעאיז דער טאטע
דיינער,ליו-ליו-ליו:
ביסט א קינד נאך,שלאף לעת-עתה
שלאף זשע,זונעניו.
דאס אמעריקע איז פאר יעדן,
זאגט מען,גאר א גליק:
און פאר יידן א גן-עדן-
עפעס אן אנטיק.
דארטן עסט מען אין דער וואכן
חלה,זונעניו:
ייכעלעך וועל איך דיר קאכן,
שלאף זשע,ליו-ליו-ליו!
חלק שני בהמשך
שלאף זשע,זונעניו:
שלאף מיין קרוין,מיין קדיש איינער,
ליולינקע,ליו-ליו!
ביי דיין וויגל זיצט דיין מאמע
זינגט א ליד און וויינט:
וועסט א מאל פארשטיין מסתמא
וואס האט געמיינט.
אין אמעריקעאיז דער טאטע
דיינער,ליו-ליו-ליו:
ביסט א קינד נאך,שלאף לעת-עתה
שלאף זשע,זונעניו.
דאס אמעריקע איז פאר יעדן,
זאגט מען,גאר א גליק:
און פאר יידן א גן-עדן-
עפעס אן אנטיק.
דארטן עסט מען אין דער וואכן
חלה,זונעניו:
ייכעלעך וועל איך דיר קאכן,
שלאף זשע,ליו-ליו-ליו!
חלק שני בהמשך
מוטק’ה גם בפייסבוק
סייר תמונות
אוי וואס קען מען טון?
כ\"וואלט שוין לאנג צו אים געלאפן
ווייס איך ניט וווהין.
גאט וועט היסן,וועט שיקן
בריוולעך,זוניניו
גאר אין גיכן אונדז באגליקן,
ליולינקע,ליו-ליו!
ער וועט שיקן צוואנציק דאלער,
זיין פארטרעט דערצו
און וועט נעמען – לעבן זאל ער!
אונדז אהין צו צו.
ער וועט כאפן זיך צו קושן
שווייגן אזש פאר פרייד
איך וועל קוועלן,טרערן גיסן,
וויינען שטילערהייט.
ביז עס קומט דאס גוטע קוויטל
דארף מען,זונעניו,
שלאפן,ס\"איז א טייער מיטל-
ליולינקע ליו-ליו.
ק שני שלאף מיין קינד שלום עליכם